אגרת העשירית
אגרת
יום שני, 23.12.24, 13:00
Spring valley NY, ארצות הברית
ספרי סלאוויטא וזיטאמיר. דפוס ראשון. מכתבים. ועוד
להשתתפות במכירה החיה והשארת הצעות מוקדמות -  כניסה  /  הרשמה

פריט 47:

כת’’י וחת’’י מקורי מחסיד אומות העולם המושל ה’45 וה’47 מארה’’ב דאנעלד טראמפ ירום הודו על תמונה שלו

לקטלוג
  לפריט הקודם
לפריט הבא 

מחיר כולל עמלה: $ 625
מחיר פתיחה:
$ 500
עמלת בית המכירות: 25%
מע"מ: 8.875% על העמלה בלבד
משתמשים ממדינות אחרות עשויים לקבל פטור ממע"מ בהתאם לחוקי המס המתאימים
תגיות:

כת’’י וחת’’י מקורי מחסיד אומות העולם המושל ה’45 וה’47 מארה’’ב דאנעלד טראמפ ירום הודו על תמונה שלו
טראמפ איז אן קיין צווייפל דער מענטש פון די יאר הונדרעט!
ער וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פאר יארן לאנג!
א מין כאראקטער וואס מען טרעפט נישט יעדן טאג!
עמיצער וואס איז יעדן טאג אין די נייעס
און פירט די מלוכה מיט גרויס מאכט און שטארקקייט
לייגענדיג אמעריקע ערשט! און מאכט אמעריקע גוט!
ער איז גרויס באקאנט אין לאנד און אין די גאנצע וועלט!

אין די יארן ווען ער איז געווען פרעזידענט ביי זיין ערשטע טערמין איז די עקאנאמיע געוואקסן
און געווען זייער גוטע צייטן פאר אחינו בני ישראל

דורכאויס זיינע יארן אלס פרעזידענט אין די ווייסע הויז
האט ער נישט גערוהט קיין טאג,
שלאפענדיג קארגע 4 שעה א נאכט (זייענדיג העכער 70 יאר אלט)
און אויפגעטון פאר די לאנד און פאר די וועלט.
פאר אחינו בני ישראל האט ער זיך ארויסגעשטעלט אויף אלע פראנטן
זייענדיג א ריכטיגע אויסגעפרואווטער חסיד אומות העולם
וואס איז אריין אין די ביכער אלס די בעסטע פרעזידענט פאר די אידישע געמיינדע אין היסטאריע!

נאך אין די ערשטע יאר פון זיין פרעזידענטשאפט האט ער בעצם יום זאת חנוכה תשע''ח
באפרייט די אלעמען באליבטער ר' שלום מרדכי רובאשקין
וועלכע איז שטענדיג געווען אויף די הערצער פון אידישע קינדער
אין אלע מקומות צו מתפלל זיין פאר זיין באפריייאונג
וואס איז געקומען מיט א סורפרייז פון 1 מינוט אויפ'ן צווייטן
אין פאקט איז ער ארויסגעקומען 20 יאר(!) פאר זיין צייט ב''ה.

ער האט אריבערגעטוישט די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים.

א אייגנארטיגע און ערשטמאליגע מיטאג האט געהאט פארגעקומען צוזאמען מיט די פרעזידענט און די אידן
ווי ר' יוסף יצחק זשעיקאבסאָן האט באגריסט דער פרעזידענט און געמאכט די ברכה בשם ומלכות
שחלק מכבודו לבשר ודם
ס'איז פארגעקומען י''ד חשון תש''פ [נאוועמבער 12 2019],
אינעם אינטערקאנטינענטאל ניו יארק בארקלעי, אין מאנהעטן.
די געשעעניש- אָרגאַניזירט דורך ר' אליעזר שיינער,
האָט צוזאַמענגענומען אַמעריקאַנער אידישע מנדבים
וואָס האָבן אויסגעדריקט זייער דאנקבארקייט צום פרעזידענט
פאַר זיין אייגנאַרטיגע פריינדשאַפט צו ארץ ישראל און צו דעם אידישן פאָלק.
די פרעזידענט האט אויפגעטרעטן מיט א עקסטערע שטארקע הומאר.

ווען די קאראנא תקופה האט זיך אנגעהויבן
זענען די גרעסטע היימישע קהילות געווען אויף א קאנפרענס קאלל מיט די ווייסע הויז
ווי מען האט אויסגעשמועסט אויף א שיינעם וועג די פלענער צו פארמאכן ציבור'ישע מקומות
וואס די קאנפרענס קאלל האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מיט גרויס הצלחה
ווען מען איז זיך דורכגעקומען אויף ביידע זייטן

בשעת וואס עס האט אויפגעהערט בוזשעווען די קאראנא וויירעס
און אלעס איז נאך געווען פארשפארט אריינגערעכנט בתי מדרשים וכדומה
האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו עפענען ציבור'ישע פלעצער
אבער די פלעצער וואס אונז אידן דארפן לעבודת השי''ת
בתי מדרשים. מקוואות. מוסדות. חתונה זאלן. און דאס גלייכן
האבן די דעמעקראטישע גאווערנער'ס נישט געפילט פאר וויכטיג אז עס זאל שוין מעגן ווערן געעפענט
און עס האט נישט אויסגעזען ווי זיי פלאנען אז עס זאל מעגן געעפענט ווערן אין די נאנטע טעג
טראץ וואס צו זייערע אומ'וויכטיגע געברויכן האבן זיי שוין יא געגעבן די ערלויבעניש צו זיין אפען.

מיטאמאל אין א טאג איז ארויסגעקומען א סטעיטמענט פונעם פרעזידענט טראמפ
אז ער פארלאנגט אז אלע געבעט הייזער אריינגערעכנט להבדיל שוהלן - זענען וויכטיג פאר'ן פאלק
און אז עס זאל מעגן זיין אפען
צולייגענדיג אז באמת איז דאס א באשלוס וואס ליגט אין די הענט פון די גאווערנער'ס
אבער ער פארלאנגט אזוי!
און איינער וואס פילט אנדערש קען זיך קומען אויסשמועסן מיט אים
אבער ער וועט סייווי נישט ארויסגיין סוקסעספול...
אין פאקט האבן זיך דאן אפיציעל לעגאל געעפענט אלע שוהלן פון די פאראייניגטע שטאטן א.א.וו.
יענע וואך שבת האבן זייער אסאך שוהלן אין אמעריקע
געזאגט די תפילה ''הנותן תשועה למלכים'' פאר מוסף
לכבודו פונעם פרעזידענט טראמפ
נישט לאנג נאכדעם איז געשיקט געווארן קיין וואשינגטאן א דאנק'ס בריוו'ל
אונטערגעשריבן דורך 14 פון די גרעסטע מנהיגי העדה פונעם דור
אריינגערעכנט אדמורי''ם וואס חתמ'נן ממש קיינמאל! און זיכער נישט אין ענגליש!
טראמפ האט רעאגירט צום בריוו: טענקיו ראבייס

אין די שווערע תקופה פון די וויירעס האט טראמפ געהאט ארויסגעשיקט טויזענטער דאלאר'ס
פאר אלע אמעריקאנער בירגער פאר יעדע קאפצאל

אין די לעצטע טעג אויפ'ן בענקל האט ער באפרייט פון תפיסה אסאך אידישע קינדער
אריינגערעכנט הרה''ח שלום ווייס פון מאנסי וועלכע איז געווען פאראורטיילט פאר 835 יאר אין טורמע...
אזוי אויך האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן די FIRST STEP ACT געזעץ-
וואס איז געברענגט געווארן צום טיש דורך א היימישע חסידישע אינגערמאן-
וואס וועט פארלייכטערן ארעסטאנטן אין טורמע
וואס א דאנק דעם איז הרה''ח מרדכי יצחק סאמעט ארויסגעקומען פון תפיסה
היבש פאר זיין צייט לשמחת כל בית ישראל
און פילע נאך זענען שוין ארויסגעקומען פריער א דאנק דעם געזעץ
און פילע וועלן נאך געהאלפן ווערן בעז''ה
די דערגרייכונגען זענען ערלעדיגט געווארן דורך היימישע עסקנים
הרה''ח משה מארגערעטען ועוד
האבענדיג א גרויסע אפענע טיר ביים פרעזידענט אין ווייסן הויז און אין זיין הארץ

ביים חנוכה צערעמאניע אין די ווייסע הויז בשנת תש''פ
האט טראמפ מכבד געווען צו אנצינדן די מנורה
א חסידישע אינגערמאן העסקן רבי משה מארגערעטען
אלס הכרת הטוב פאר די דערגרייכונג פון די פירסט סטעפ עקט געזעץ

איינער פון די פרעזידענט'ס טעכטער האט זיך מגייר געווען
און חתונה געהאט [ז חשון תש''ע] מיט א איד ר' יואל חיים קושנער
טראמפ האט 3 אידישע אייניקלעך
קושנער איז געווען די פרעזידענט'ס שפיץ יועץ אין וואשינגטאן
און די מערסטע צוטרוי וואס טראמפ האט געהאט צו איינעם, איז געווען צו זיין איידעם.
[די קושנער פאמיליע [ר' יוסף] האבן זיך אריבערגעצויגן פון פולין קיין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט מלחמה]

א דאנק די בקשה פון זשערעד קושנער - האט זיין שווער פרעזידענט טראמפ
אונטערגעשריבן א געזעץ קעגן אנטיסימעטיזים
ביים חנוכה צערעמאניע אין די ווייסע הויז י''ג כסלו תש''פ [december 11 2019]
די עקזעקטיוו ארדער איבער אנטיסעמיטיזם איז אויסגעשטעלט צו געבן פאר די פעדעראלע רעגירונג
מער מעגליכקייטן צו באַשיצן אידן פון אַנטיסעמיטיזם דורך די טיטל VI פון די 'סיוויל רעכט אקט' פון 1964,
 דער עקזעקעטיוו אָרדער איז געווען א וויכטיגער שריט קעגן די וואקסנדיגע זארגן
וועגן דאס שטייגן פון אנטיסעמיטיזם אין אמעריקא
שטייענדיג דעמלטס נאך די שוידערליכע שיסעריי אין א שוהל אין פיטסבורג.
און די שרעקליכע שיסעריי אין א היימישע כשר'ע גראסערי אין זשערזי סיטי אין ניו זשערזי

ארייננעמען אידן אין טיטל VI פּראַטעקשען
איז א זאך וואָס אסאך האָבן שוין געהאט געשטיצט פֿאַר יאָרן לאנג
אבער אויסגעפירט האט עס: פרעזידענט טראמפ!

אחרון של פסח תשע''ט האט פאסירט א שרעקליכע שיסעריי אין א חב''ד שוהל אין פאוועי קאליפארניע
ווי איינער איז ר''ל אומגעקומען
אסרו חג פסח האט טראמפ פערזענליך אנגערופן צום חב''ד רב, און אים איינגעלאדענט אריבערצוקומען קיין וואשינגטאן
כ''ז ניסן תשע''ט האט די חב''ד שליח הרב ישראל גאלדשטיין אויפגעטרעטן אינעם חצר פון די ווייסע הויז
און אויך האט דער פרעזידענט גערעדט,
און ביי א ראלי פאר די פרעזידענט אין וויסקאנסין האט דער פרעזידענט דארטן פארדאמט די אטאקע אויף די שטערקסטע אופן

זוממער שנת תשע"ח האט טראמפ באפוילן צו ארויסווארפן פון לאנד א 95 יעריגע נאצי ימ"ש וועלכע האט געהאט די בלוט פון טויזענטער אידן אויף זיינע הענט דינענדיג אלס א וועכטער ביי די האלאקאסט
יענע צופרי האט מען אים אויפגעפיקט פון זיין היים אין קווינס און אפגעטראגן מיט דעם מלחמה פארברעכער צוריק קיין דייטשלאנד וואו מען האט אים דארטן אפילו נישט געוואלט אריינלאזן...
א מענטש ווי אים טאר נישט וואונען אין אמעריקע און טאר נישט באגראבן ווערן אין אמעריקע וואס איז א פלאץ פאר פרייהייט פאר אלע מענטשן

בשנת תשפ''ג (ווען ער איז שוין נישט געווען פרעזידענט) האט די אידישע געמיינדע פון עץ חיים באעהרט טראמפ ביי א שיינע מעמד מיט זיין אנוועזענהייט, און מען האט אים געשאנקן דארטן א זילבערנע קרוין פאר א ספר תורה
די ציהל פון די ארגאניזאציע איז געקומען נאכדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט אנגעקלאגט טראמפ מיט צענדליגער קלאגעס און מען האט געוואלט ארויסווייזן שטיצע צו טראמפ וועלכע האט אזויפיל גוט'ס געטון פאר אידן

דאנערשטאג כי תבא א חודש פאר די וואלן תשפ"ה ווען אמעריקאנער האבן אים אויסגעקליבן צו ווערן די 47'סטער פרעזידענט האט טראמפ געוואלט אפשטאטן א באזוך אין די אלט-באקאנטע גאטליב'ס רעסטוראנט אינעם היימישן חסידיש'ן וויליאמסבורג 
ער האט דווקא געוואלט קומען און זיין ארומגענומען מיט חסידיש געקליידטע אידן
אבער למעשה איז יענע צופרי די בעה"ב פון די געשעפט ר' שלום יוסף נפטר געווארן
און די קינדער פונעם נפטר האבן אפגערופן די באזוך לויט וויאזוי די הלכה פארלאנגט טראץ די מוטשעניש פון די טראמפ קאמפיין

די אלע עסן וואס מען האט געהאט צוגעגרייט פאר די אויפנאמע. האט מען אריבערגעפירט צו רבי ישעי'לע'ס קאך. א ארגעניזאציע וואס שטעלט צו עסן פאר נויטבאדערפטיגע

די ארגעניזאציע האט געלאזט וויסן פאר טראמפ אז זיי האבן באקומען די עסן אנשטאט אים

שפעטער האט טראמפ געשיקט דורך יו פי עס א פערזענליכע בריוו מיט זיין חתימה צו טרייסטן די גאטליב פאמיליע
א שיינע בריוו מיט א פרעזידענטליכע זיגל פונדרויסן
טראמפ האט געחתמט די בריוו סעפטעמבער 30. אבער ער האט עס ארויסגעשיקט איינמאל ער איז געווארן די פרעזידענט עלעקט

נאך די תנחומין שרייבט די פרעזידענט אין די בריוו אז ער האט געהערט אז מען האט געגעבן די עסן פאר רבי ישעי'לע'ס קאך און אז ער האט הנאה
און נאך

אזוי אויך האט טראמפ געשיקט א בריוו פאר רבי ישעי'לע'ס קאך

שפעטער בעשי"ת ווען עס איז געווארן אפגעצייכנט א יאר פון די שרעקליכע אקטאבער 7 טעראר אטאקע אין ארץ ישראל למספרם איז טראמפ געגאנגען צום אהל אדמורי חב"ד אין קווינס צו בעטן פאר זיין הצלחה אין די קאמפיין
טראמפ האט אנגעטאן א קאפל וואס ער האט זיך אליינס מיטגעברענגט און ער האט געזאגט א מזמור פון תהלים. ער האט געליינט זיין קוויטל און עס צוריסן און עס געלייגט אינעם קבר כמנהג חב"ד

ביינאכט האט ער זיך באטייליגט ביי א מעמד יזכור פאר די קדושים הי"ד

בכלל האט זיך טראמפ באטייליגט בשנת תשפ"ד ביי עטליכע מעמדים קעגן אנטיסימעטיזים אין אמעריקע
נאכדעם וואס עס האט געהערשט א איבערקערעניש אין עטליכע קאלעזשעס אין לאנד זינט אקטאבער 7 קעגן מדינת ישראל

בשנת תשפ"ד אפאר טעג נאך וואס ער איז געווארן געשאסן. און צום מזל האט עס נאר דורכגעלעכערט זיין אויער וועלכע האט זיך שנעל פארהיילט - ביי די רעפובליקאנער קאנווענשן ווען מען האט אים נאמינירט צו לויפן פאר פרעזידענט. האט ער אויפגעטרעטן מיט דברי רגש און פארציילט די געשעעניש זאגענדיג אז ער האט זיך געפילט זייער פארזיכערט ווייל גאט איז געווען אויף זיין זייט!
אויכעט האט ער דערמאנט די משכונות וואס זענען פארכאפט אין עזה זאגענדיג: בעסער זאלן די משכונות זיין באפרייט בעפאר איך ווער פרעזידענט. אז נישט וועלן זיי צאלן א גאר טייערע פרייז.

ר"ח כסלו ווען ער איז שוין געווען די 'פרעזידענט עלעקט' האט ער אפיציעל ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז די משכונות זאלן בעסער זיין באפרייט בעפאר ער ווערט פרעזידענט. אז נישט וועט אמעריקע מאכן א גיהנם צו זיי - א זאך וואס די וועלט האט נאכנישט געזען!

יארן צוריק האט העסקן ר' אריה לייב גלאנץ פארשאפט פון טראמפ הונדערט טויזנט דאלער פאר די הצלה ארגאניזאציע, און יעדע יאר זייט דעמאלסט אין די ערשטע חודש פון די נייעם יאר למספרם האט טראמפ געשיקט פאר די אידישע הצלה $100.000

ר' הערשל טען פון ביקור חולים ד'לאס אנזשעלעס, האט זיך בשנת תשמ"ח גענויטיגט פאר זיין זון רבי אבא משה שמחה ע"ה וועלכע איז געווען גאר שטארק קראנק ל"ע - א וועג פון קאליפארניע ביז ניו יארק - כדי די חולה זאל קענען אנקומען צום ריכטיגן דאקטאר. און קיין איין קאמארציאלע פליגער האט נישט געוואלט נעמען די פאציענט אין דעם מצב ה"י

אן קיין אנדערע ברירה האט דער עסקן גערופן א באקאנטע ביליאנער פון ניו יארק וואס איז געווען באקאנט מיט זיין פריוואטן גרויסן פליגער
אים צו פרעגן פשוט און גראד צו מען קען עס בארגן ברחמים. 
זיי האבן פון פארדעם זיך קיינמאל נישט געקענט
און גלייך האט דער עושר טראמפ געענטפערט: יא. איך בין דא דיך צו העלפן
ווייל איך האב אויכעט קינדער

זייט דעמלטס רופט ער אן טראמפ יעדע יאר בימי הרחמים והרצון זיך צו וואונטשן צום נייעם יאר

איינמאל יארן שפעטער האט טראמפ אים געפרעגט פארוואס ער רופט אים נאך יעדע יאר
האט ער געענטפערט ווייל ביי אידן האט הכרת הטוב נישט קיין עקספרעישען דאטום

3 חדשים שפעטער האט ער באקומען א בוך פון טראמפ וואס טראמפ האט ארויסגעגעבן און אין די בוך שטייט זיין ווארט וועגן די וויכטיגקייט פון הכרת הטוב

די 2 עלטסטע זונען פון טראמפ זענען בשליחותו געפארן קיין לעיקוואד ספעציעל פאר די ארגאניזאציע פון משמח
העסקן ר' ליפא שווארץ האט זיי איבערגעגעבן א בוך פון די מוסד פאר זייער טאטע
און א שטיק צייט שפעטער האט טראמפ געשיקט זיין חתימה גע'חתמ'ט אויף די בוך מיט די ווערטער געשריבן "איך האב ענק אלע ליב"

לקטלוג
  לפריט הקודם
לפריט הבא 
נגישות
menu