בידספיריט | אונטערשריפט פון דער 43'סטע פרעזידענט


אונטערשריפט פון דער 43'סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן זשארדזש בוש אין יאר תשנ''ט ווען ער איז געווען די גאווערנער פון טעקסעס די פאפיר איז די לעדערהעד אריינגעקריצט די סטעיט אוו טעקסעס מיט א ספעציעלע סטיקער סערטיפיקעט - מיט א ספעציעלע פרעים ווען עס האט אויסגעבראכן די מלחמה אין ארץ ישראל שמיני עצרת תשפ”ד האט בוש אויפגעטרעטן פאר פארזאמלטע און געזאגט אז מען דארף זיין אויף די פולע זייט פון ארץ ישראל! אויך האט ער ארויסגעברענגט אז מדינת ישראל דארף נישט יעצט פארהאנדלען אויף גארנישט פארהאנדלען דארף מען ווען ביידע זייטן זענען שולדיג דא אבער איז נאר 1 זייט שולדיג. און עס איז נישט ארץ ישראל! מען דארף לאזן ארץ ישראל טון וואס זיי האבן צו טון צו באשיצן זייער לאנד קעגן די קאלטבלוטיגע רוצחים אפילו עס וועט ארויסקומען שרעקליכע בילדער פון די ארץ ישראל'דיגע שריט קעגן די טערעריסטן. זאל מען וויסן אז עס איז א צייטווייליגע זאך וואס זיי דארפן טון דער ליובאוויטשער רבי האט געוואונטשן פאר בוש א רפואה און אז ער זאל מצליח זיין צו ברענגען שלום אין א”י און א גוטע עקאנאמיע  העסקן רבי אריה לייב גלאנץ איז געווען ביי די קאנווענשען פון די פרעזידענט און ער איז איינגעשטאנען אין די זעלבע האטעל ווי בוש און זיי האבן זיך דארטן באקענט איינמאל ווען אהרן לייב איז געקומען צום ווייסן הויז חוה”מ מיט א בעקישע. האט זיך בוש אינטערעסירט אין די מלבוש און אין א אנדערע צייט שפעטער האט אים בוש דערמאנט אז ער האט ליב געהאט די מלבוש וואס ער האט דעמלטס געהאט געטראגן