בידספיריט | 'ויראה נחת מתוך הרחבה גדולה'


'ויראה נחת מתוך הרחבה גדולה' מכתב ברכות לנחת והרחבה בכתב יד הרה”ק רבי ברוך מגורליץ בן הרה”ק רבי חיים מצאנז ואבי שושלת גורליץ * מכתב בכתב יד קדשו וחתימתו של הרה”ק רבי ברוך הלברשטאם מגורליץ בנו החמישי של הרה”ק רבי חיים מצאנז בעל דברי חיים, אל חתנו האדמו”ר רבי משה יהודה ליב מסטריז'וב ובתו הרבנית חנה. מכתבי הרה”ק רבי ברוך מגורליץ – מעטים ממש ונדירים ביותר, מעולם לא הופיע במכירות פומביות מכתב בכתב יד קדשו. בין הברכות שהוא מרעיף על חתנו ובתו 'ואני מברך אתכם שיהיו לכם למזל בכל ענינים לטוב ויראה נחת מתוך הרחבה גדולה' הרה”ק רבי ברוך הלברשטאם מגורליץ (תקפ”ט-תרס”ו) בנו החמישי של הרה”ק רבי חיים מצאנז, מכל בניו התייחד רבי ברוך בדבקותו והתקשרותו לאביו ולא זזה ידו מתחת ידו, דבק בדרכיו ומנהגיו והתלווה אליו בנסיעותיו לצדיקי הדור. אף אביו העריכו וכיבדו הוא התבטא עליו 'חסיד קדוש'. היה מתייעץ עמו בענינים שונים ולא פעם היה פונה אליו: ברוך, מה אתה אומר על כך? נולד בעיר רודניק – מקום רבנותו הראשונה של אביו הגדול ונקרא על שם זקנו ה'ברוך טעם'. אביו העיד עליו שצורתו כצורת חותנו הברוך טעם ויש לו מוח כמוחו של הברוך טעם. בזיווג ראשון חתן הגה”ק בעל ייטב לב וישב כמה שנים סמוך על שולחנו, ולאחר פטירת אשתו בשנת תרמ”ד, חתן רבי שמואל שפירא מלנצוט בן ה'בני יששכר'. משנת תרט”ז אב”ד רודניק ומשנת תר”כ לערך אב”ד גורליץ. היה גדול בתורה ונשא ונתן בהלכה עם אביו, חותנו הייטב לב, מהר”י שמעקליש ומהר”ש ענגל שנמנה על חסידיו והעיד עליו שהוא בעל 'רוח הקודש' . בשנת תרכ”ד מסר לו אביו את חיבורו הראשון 'דברי חיים' על גיטין ומקוואות והוא הדפיסו לראשונה בזאלקווא ושוב במונקאטש בשנת תרנ”ב. על צאצאיו נמנים גדולי שושלת צאנז: רבי משה מברדיוב, רבי אלישע מגורליץ, רבי סיני מז'מיגראד, רבי צבי הירש מרודניק אבי האדמו”ר מקלויזנבורג זצ”ל ועוד. חתנו הנמען רבי משה ליב מסטריזוב (תרי”ג-תרע”ז) נולד לאביו הרה”ק רבי שלמה שפירא אב”ד מונקאטש (אבי ה'דרכי תשובה') ולאמו בתו של רבי יקותיאל שמעלקא בן הרה”ק רבי משה ליב מסאסוב. אחרי חתונתו בשנת תרל”ב, ישב במשך חמש שנים על שולחן חותנו זקנו בעל דברי חיים. שימש כאב”ד בייטש, סאסוב וסטריזוב. נפטר בוינה והובא לקבורה במונקאטש, שם הספידו אחיינו האדמו”ר בעל מנחת אלעזר (נדפס בספר 'מילי דהספידא'). נכדו הנקרא על שמו הוא האדמו”ר ממונקאטש שליט”א בארצות הברית. [גורליץ] תרנ”ז [1897]. התאריך על פי חותמת הדואר. גוליית דואר, כתמים וסימן קיפול. ביבליוגרפיה: רבינו הקדוש מצאנז ח”ב פרק כ”ג, תורתו ותולדותיו בספר 'דברי ברוך' (תשנ”ח). 'ויראה נחת מתוך הרחבה גדולה' היסטאריש זעלטענער בריוו פון הייליגן גארליצער רב זצ”ל געשריבן אין יאר תרנ”ז צו זיין טאכטער הרבנית הצדקת חנה און צו זיין איידעם הרה”צ ר' משה ליב סטריזובער זי”ע. וואונטשט ברכות נחת און הרחבה. * בריוו פון גארליצער רב איז אויסערגעווענליך זעלטן, עס איז נאך קיינמאל נישט ערשינען א בריוו פון גארליצער רב אין א ליציטאציע! עס איז דא אפשר געציילטע בריוו אין די גאנצע וועלט פון גארליצער רב. פון צווישן די ברכות וואס דער טאטע וואונטשט די קינדער זיינע שרייבט ער בזה הלשון: 'ואני מברך אתכם שיהיו לכם למזל בכל ענינים לטוב ויראה נחת מתוך הרחבה גדולה' דער הייליגער גארליצער רב , פינפטער זון פון הרב הקדוש מרן בעל דברי חיים מצאנז, איז ווי באקאנט געווען די מערסטע נאנט צום טאטן פון אלע קינדער, באגלייטנדיג דעם הייליגן פאטער אויף טריט און שריט, ממש זיך נישט אוועק גערירט פון אים, זיך באהאפטן אין זיינע הייליגע דרכים און מנהגים, און באגלייט אויף די וועגן און שטעגן צו אלע צדיקים און חסידים. דער הייליגער פאטער האט געהאלטן עולמות פון דעם זון, און זיך אויסגעדרוקט מורא'דיגע אויסדרוקן אויף אים, אמאל האט ער זיך אויסגעדרוקט אויף אז ער איז 'חסיד' און א 'קדוש'. און אין יעדנפאל האט ער געזוכט צו הערן זיין חוות דעת און עצה, האלטנדיג פאר א חכם ונבון שאין כמותו, כסדר האט מען געקענט הערן ווי דער הייליגער רב פרעגט אים, ברוך וואס זאגסטו דערצו?.. דער גארליצער רב איז געבוירן אין רודניק דארט וואו דער הייליגער רב האט משמש געווען צום ערשט ברבנות, ער האט באקומען דעם נאמען פון הייליגן זיידן הגאון רשכבה”ג דער 'ברוך טעם'. דער הייליגער צאנזער רב האט מעיד געווען אויף זיין ר' ברוך'ל אז ער האט די צורה פון זיין דער ברוך טעם, און ער האט די מח ווי דער מח ברוך טעם. ער איז געווארן אן איידעם ביים הייליגן ייטב לב דער סיגוטער רב, און איז געזיצן עטליכע יאר קעסט ביים גרויסן שווער, אין די שפעטערע יארן נאך וואס זיין זיווג ראשון איז אוועק האט ער חתונה געהאט א צווייטע מאל מיט א טאכטער פון הרה”צ ר' שמואל מלאנצוט בן הרה”ק בעל בני יששכר מדינוב. אין יאר תרט”ז איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב אין רודניק, און אין יאר תר”ך איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב אין גארליץ, און אויף דעם נאמען איז ער געווארן באקאנט אין די וועלט עד היום הזה. דער גארליצער רב איז געווען א געוואלדיגער גדול בתורה, און אסאך דן געווען אין לערנען מיטן טאטן און שווער און אנדערע גאונים א שטייגער ווי הגאון מהר”י שמעלקיש, דער גרויסער גאון דער ראדאמישלער רב ר' שמואל ענגעל איז געווען א פייערדיגער חסיד פון גארליצער רב און מעיד געווען אויף אז ער האט געזען ביי אים אפענע רוח הקודש! אין יאר תרכ”ד האט אים דער פאטער איבערגעגעבן צו דרוקן זיין גרויסער חיבור 'דברי חיים' אויף גיטין און מקואות, און ער האט עס טאקע געדרוקט אין זאלקווא יענעם יאר, ווי באוואוסט איז עס ארויסגעקומען בעילום שם המחבר. שפעטער עס איבערגעדרוקט צום צווייטן מאל אין מונקאטש אין יאר תרנ”ב. גאר א רייכע דינאסטיע ציעט זיך פון גארליצער רב שלשלת קודש, זיינע זין די גרויסע צדיקים און רבנים, ווי דער בארדיובער רב, ר' אלישע'לע פון גארליץ,