בידספיריט | ”א גיזונט און א גוט


”א גיזונט און א גוט יאר פון גוטע ביזנעס און צופרידנהייט” – מכתב אשת חבר דמרן ה'חפץ חיים' זיע”א – ראדין י”ט אלול תרצ”ז מכתב אשת חבר של מרן הגה”ק ה'חפץ חיים' זיע”א, הרבנית מרים פרידא קאגאן, לקראת ראש השנה של שנת תרח”צ. במכתב היא מודה לתורם על תמיכתו ומברכת אותו ומשפחתו בשנה טובה ועסקים טובים ושלוה, ומבטיחה להתפלל עליו על קבר בעלה הצדיק מרן רבינו ה'חפץ חיים' זיע”א – ראדין י”ט אלול תרצ”ז. • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • ב”ה יום י”ט לחדש אלול תרצ”ז זייער שעצענדער פריינד, וועלכער פארגעסט קיינמאל ניט צו אונטער שטיצן ביד רחבה, מור”ר מאיערס נ”י. ג' זאל געבן מיין שרייבן זאל אייך טרעפן ביין בעסטן גיזונד, צום אנקום פין נייעם יאר שנת תרצ”ח ווינש איך אייך און אייער גאנצער פאמיליע, א גיזונט און א גוט יאר פון גוטע ביזנעס און צופרידנהייט, מיט א כתיבה וחתימה טובה און אלדאס גוטס , און אין זכות וואס איר פארגעסט ניט אָן מיר אִין מיין קראנקן און גיִמאַטערטן לעבן זאל גב”ה אָן אייך קיינמאל ניט פארגעסן צום גוטן, און דער זכות זאל אייך שטענדיג ביישטיין, און מַיין מַאן דער צדיק ז”ל זאל זיין פאר אייך און פאר אייער גישעצטער פאמיליע א גוטער בעטער פארן רבוש”ע אייך זאל שטענדיג זיין גוט . איך גיי אלע יארצייט אויפן קבר פון מיין מַאן דעם צדיק ז”ל, וועל איך דערמאנען אויך אייער נאמען , ער זאל פאר אייך ג' בעטן. זייט געזונט, און אָט א גוט יאר ווי איר ווינשט זיך זעלבסט און ווי עס ווינשט אייך הרבנית פריידע קאגאן, אלמנת החפץ חיים זצ”ל. צו לעֶצטע 10$ האב איך ריכטיג באקאמען, פאר וועלכע איך דאנק אייך ערצליך. • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • • הרבנית הצדיקת מרת מרים פרידא קאגאן ע”ה , בת הגאון רבי הלל אב”ד לאפי, נישאה לרבינו ה'חפץ חיים' בשנת תרס”ד. והיא אמו של בנו הצעיר של רבינו, הרב אהרן הכהן קאגאן ובתו מרת פיגא אשת הגאון רמ”מ זאקס זצ”ל. כמה מעשים נפלאים, הנהגות ואמרות מוסר מרבינו ה'חפץ חיים', השתמרו ומובאים בספרים, ממעשי רבינו והרבנית הצדקנית, הפלא ופלא.