בידספיריט | תולדות הגאון רבי יצחק אהרן
תולדות הגאון רבי יצחק אהרן פעדערווייס מסערדאהעלי - תולדות הגאון רבי יצחק אהרן פעדערווייס מסערדאהעלי הגה”ק רבי יצחק אהרן פעדערווייס זי”ע איז געבוירן אין שטאט שוראני נאנט צו פרעשבורג, בשנת תק”ץ, צו זיין טאטן מוה”ר יום טוב ליפמאן זי”ע, און צו זיין מאמע מרת חי' אסתר ע”ה. ער האט געלערנט אין שטאט שוראני נעבן פרשבורג, ביי הגה”ק רבי חזקיה פייבל פלויט אב”ד שוראני בעל ליקוטי חבר בן חיים זי”ע. וואס איז געווען א גאון מפורסם און א צדיק יסוד עולם וואס האט זיך מייגע געווען אויף תורה יומם ולילה. הגה”ק בעל דעת סופר זי”ע האט עדות געזאגט אז דער רבי חזקיה פייבל זי”ע האט כמה פעמים זוכה געווען צו גילוי אליהו, אויך האט הגה”ק ר' יוסף שטיינער דומ”ץ וויען זי”ע געזאגט אז פסח ביינאכט האט ער אויך געהאט גילוי אליהו. די חביבות וואס זיין רבי דער בעל ליקוטי חבר בן חיים זי”ע האט געהאט צו זיין תלמיד קען מען זעהן פון דעם, ווען רבי יצחק אהרן זי”ע איז נאך געווען יונג האט ער געהאט זייער חשק ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל און לערנען מיט די בעלי קבלה פון דארט, אבער זיין רבי האט זיך געבעטן צו אים ער זאל נישט פארן, ווען זיין רבי האט געזען אז ער וויל נאך אלץ פארן, איז ער פאר אים ממש געפאלן צו די פיס און זיך געבעטן אז דא אין חוץ לארץ ברויך מען אים האבן, און ער האט זיך טאקע געלאזט איבער רעדן און געבליבן דארט מיט זיין רבי. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת מרת בלימא יוכבד ע”ה. מען פארציילט אז זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אייביג געשטאנען צו די רעכטע האנט פון איר מאן אז ער זאל קענען דינען דעם באשעפער אומעגשטערטערהייט. זי האט דעריבער געפירט א געשעפט פון וועלעכע זיי האבן זיך מפרנס געווען, און עס איז באקאנט אז דער געשעפט האט מען גערופען ”דאס גמילות חסדים געשעפטל” ווייל זי האט מיט איר גרויסע מידה פון רחמנות, ארויסגעגעבן עסן אויף בארג פון דעם געשעפט, אפילו זי האט געוויסט אז די אידן קענען נישט באצאלן. מען פארציילט פון ווען זי איז געקומען צו פארשטאנד האט זי נישט גענוצט קיין צוקער ביים טרינקען קאווע פון גרוס צער אויפן חורבן בית המקדש, און נאך גאר געהויבענע זאכן פון איר התנהגות. זי איז געווען פון די חשובע משפחה ענגעל, זי האט געשטאמט פון הרה”ג מוה”ר סענדר מייזלס אב”ד סערדאהעלי זי”ע, א זין פון הרה”ק בעל תוספות שבת זי”ע, וואס איז געקומען פון די גזע פון די הייליגע ב”ח זי”ע, און פון די רמ”א זי”ע, און פון די מהר”ל זי”ע, ולמעלה בקודש. די רבי איז געווען א בעל יסורים וואס האבן אים מוראדיג אפגעשוואכט, פאר 7 יאר האט ער געליטן ער האט ממש נישט געקענט אנגיין מיט זיין עבודת הקודש געהעריג. מען פארציילט אז ווען ער איז געווען קראנק און עס איז שוין געווען ממש א סכנה האט מען גערופען א דאקטאר וואס איז געווען א איד אבער ליידער נישט קיין גרויסע מאמין און זיך נישט געפירט אידיש. ווען ער האט געוואלט אנרירען דעם רבין האט די רבי געזאגט איך וויל ענדערשט שטארבן ווי די זאלסט צו מיר אנרירען. דער דאקטאר איז פון די מסירת נפש פונעם רבין נתעורר געווארן צו תשובה. די רבי האט אים געזאגט אז אויב ער קען אים אויסהיילן אן אנרירען, זאגט ער אים צו עולם הבא, דער דאקטאר האט געטון וואס ער האט געדארפט און ער האט דעם רבין אויסגעהיילט. פארציילט מען אז עס האט דעם דאקטאר אנגעכאפט א רוח טהרה און ער איז געווארן א אמת'ע בעל תשובה און זיך געזעצט לערנען די גאנצע טאג און געזאגט תהילים מיט בכיות און נאך אפאר חדשים איז ער נפטר געווארן מתוך תשובה שלימה. איינמאל איז א געהויבענע איד ר' עזרא ווייס זצ”ל וואס איז אויך געווען א תלמיד פונעם רבינ'ס רבי הרה”ק בעל ליקוטי חבר בן חיים זי”ע, און די רבי האט געזאגט פאר ר' עזרא וואס האסטו געטון פארן רבין די בעל ליקוטי חבר בן חיים אז ער האט אויף דיר א הקפדה. דער ר' עזרא האט נישט פארשטאנען פארוואס די הקפדה זאל קומען, אבער ווען ער איז אהיים געקומען האט ער געזען אז בטעות איז דאס ספר ליקוטי חבר בן חיים אראפ געפאלן אויף דער ערד, וואס מן הסתם האט ער געלערנט אין די ספר און איינגעשלאפן און עס איז דורך דעם אראפ געפאלן, האט ער געזען די הייליגע אויגן פון דעם צדיק וואס האט דאס געזען ברוח קדשו. הר”ר אבא חייא טויבער זצ”ל האט פארציילט אז ווען מען פלעגט אריין גיין מיט א קוויטעל צום רבין האט מען אראפגעריקט דאס הוט אויפן שטערן ווייל די רבי פלעגט זיך אפרעדן אז די מחשבות פון אנדערע מענטשן זענען אים מבלבל. ער איז געווען א גרויסע בקי בש”ס ופוסקים, און אויך און סתרי תורה וכתבי האריז”ל. ר' יודא פישער ע”ה האט פארציילט אז ער האט געקענט די ד' חלקי שו”ע בעל פה אויפן לשון. אויך האט ער געהאט א דרך אז ווען ער פלעגט קויפן א נייע ספר האט ער פארשריבן די פרייז וויפיל ער האט געצאלט און נאך א שטיק צייט האט ער פארקויפט די ספר. ער איז געווען א גרויסע בעל מקובל, א הייליגע איד וואס מיט זיין קדושה האט ער באשיינט די וועלט און אויסגעפויעלט גרויסע ישועות, מען האט ביי אים געזען אפענע מופתים און אפענע רוח הקודש. ער איז געווען אזוי באהאלטן אז רוב מענטשן וואס האבן געוואוינט מיט אים אין איין שטאט האבן אפילו נישט געוויסט זיין גרויסקייט. אבער גרויסע צדיקי הדור האבן געשיקט צו אים פאר ישועות און רפואת און הונדערטער מענטשן זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע ברכות. עס זענען געווען בעלי בתים חשובים דארט אין שטאט סערדאהעלי וואס האבן זיך מדבק געווען אין אים ובתוכם הצדיק ר' עזריאל טויבער זצ”ל וואס איז געגאנגען צו אים און גענומען זיינע קינדער ר' מיכל, ר' רפאל, ר' אבא חייא ע”ה. אויך ר' יעקב קאפל פליישמאן ע”ה, ר' דוד פעטעני ע”ה, ר' יודא פישער ע”ה, וואס האבן זוכה געווען צו ווערן נאנט צו דעם צדיק נסתר און געזען מעשים נוראים ונפלאים.